קביעת מזוזה
דעם פארגאנגענעם מיטוואך נאכט ליל ראש חודש ניסן איז פארגעקומען א באשיידענעם אבער הערליכן מסיבת קביעת מזוזה אויף די אלעמען באקאנטע 'HQ', מצילי אש האט אין די פארגאנגענהייט זיך באניצט מיט די גאראדזש אונטער די הויז פון הגה"צ ר' יחזקאל שליט"א אלץ די הויפטקווארטיר, דארט זענען געהאלטן געווארן אלע כלים און געצייג צו קענען סערווירן דעם ציבור, ווי עקסטערע וואסער קאנעס, פייער עקסטינווישערס, פענס אא"וו.
מיט די פילע ארטיקלען און אקטיוויטעיטן וואס האבן זיך פארמערט, איז די פלאץ געווארן ענג, און ווי אויך האט מען געזיכט א פלאץ וואו די מעמבערס זאלן קענען אביסל פארברענגען, דערפאר האט זיך די באורד פון מצילי אש אריינגעלייגט צו אויפרישן דאס פלאץ און עס רענאווירן כפי הצורך, בס"ד האט מען מסדר געווען אלע זאכן, שיין איבערגעפרישט, מ'האט אריינגעשטעלט טישן און בענקלעך, שעלווס, סינק אא"וו, אז די פלאץ האט באקומען א פרישע צורה.
יעצט ווען די רענאוואציע איז פארטיג געווארן איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד קביעת מזוזה בהשתתפות די געטרייע מעמבערס, בראשות הרבנים הגאונים שליט"א, די מזוזה איז געלייגט געווארן דורך הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א, הגה"צ דומ"ץ סקווירא מאנסי שליט"א, און הגה"צ אבד"ק קאפיש שליט"א, דערנאך האט מען געמאכט א לחיים און דער רב הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי שבח והודאה אויף דעם וואס מצילי אש האט ב"ה אן אייגענעם ד' אמות, און הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א האט ארויסגעברענט זיין התפעלות אויף די ארבעט וואס די מצילי אש מעמבערס שטעלן צו.
דער עולם איז זיך צוגאנגען נאך א משך זמן פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, מיט א פרישקייט און שטארקע חיזוק.
לאור די התרחבות גרייט מען זיך יעצט אריינצולייגן א ספעציעלע 'קאליברעישן סטעישן', צוליב דעם וואס די ספעציעלע 'געז' און 'קארבאן מאנקסייד' טעסטערס דארפן ווערן אויפגעפרישט יעדע שטיק צייט, בפרט נאכן ווערן אויסגעשטעלט אויף א טעגליכע פארנעם צו קארבאן מאנאקסייד, דאס דארף ווערן געטון דורך ספעציעלע מאשינען וואס וועט יעצט ווערן אינסטאלירט אינעם HQ.
קאלעברעישן סטעישן
איינס פון די פילע לייסטונגען פון מצילי אש פארן ציבור איז דאס זיך אפצוגעבן מיטן דערשפירן קארבאן מאנאקסייד און נאטירליכע געז ארויסרינונגען. כדי דאס צו טוהן ריכטיג און מיט אחריות פעלט זיך אויס צו האבן ספעציעלע מאשינען דערפאר, בשעת ווען א פשוט'ע קארבאן מאנקסייד דיטעקטער קאסט עטליכע דאללער, וועט אבער קארבאן מאנאקסייד טעסטער וואס איז געמאכט צו דערשפירן די מקור פון די קארבאן מאנקסייד קאסטן עטליכע אין הונדערט דאללער, און צו אויסשטאפירן עטליכע צענדליגע אינגעלייט מיט דעם קאסט א מטבע.
מצילי אש האט נישט געטוען שפארן, און אויסגעשטאטעט אלע אירע מעמבערס מיט די גאר וויכטיגע קארבאן מאנקסייד טעסטערס, צו קענען סערווירן די מאנסי ציבור מיט א שנעלקייט און פראפעשיאנעליזם, בנוסף לזה האט מצילי אש אין באזיץ א ספעיציעלע טעסטער וואס איז געמאכט צו נאכגיין א ליעק פון נאטורליכע געז, אזא טעסטער קאסט אומגעפער צוויי-טויזנט דאללער, און די טעסטער ליגט על פי רוב אין איינע פון די מצילי אש קארן, און אין פאל פון א רוף פון געז-שמעק טראגט מען דעם טעסטער צום סצענע צו קענען נאך גיין צו די מקור פונעם ליעק עס צו קענען פארעכטן ווי ס'פעלט זיך אויס.
די וועג וויאזוי די טעסטערס דערשפירן די געז אין די לופט, מאכט אז די סענסערס ווערן אפעקטירט פונעם ארום, און נאכן ארבעטן א משך זמן, בפרט נאכן ווערן אויסגעשטעלט צו עקסטרעמע סארט לופט אלע סארט גאזן אדער שטויב וכדו', וועט די טעטסער ווערן אפעקטירט און ס'וועט נישט ווייזן די ריכטיגע רעזולטאטן, אויב געבט מען זיך נישט אפ מיט דעם וועט אפילו די טייערסטע טעסטער נישט זיין ווירקזאם, דערפאר דארף מען דאס מעטעינען, און יעדע שטיק צייט עס צירוק אויפרישן, דאס ווערט אנגערופן 'קאלעברעישן', עס איז גאר ראטזאם צו קאלאברעיטן טעסטערס יעדע שטיק צייט.
די ארבעט פון קאלאברעישן פלעגט ביז היינט געטוען ווערן דורך א געטרייע מעמבער ביי זיך אין אפיס, מ'האט געדארפט גיין צו מעמבער ער האט עס מסדר געווען לויט זיין מעגליכקייט, און דערנאך האט מען עס געדארט צוריק אפנעמען, כהיום יום ווען מצילי אש פארמאגט אן אייגענע לאקאל האפט מען בס"ד אוועקצושטעלן א ספעציעלע קאלעברעישן סענטער, ווי יעדע מעמבער וועט זיך קענען אליינס טעסטן און קאלעברעיטן זיין טעסטער. דאס וועט זיין א געוואלדיגע הילף פאר די מעמבערס, און ס'וועט פארמינערן די שעות וואס א מעמבער וועט נישט האבן זיין טעסטער מיט זיך, צו קענען אין די צייט אויך באדינען דעם ציבור אין פאל פון נויט.
פונעם פעלד
א ספעציעלע מודעה פון אונזערע פייער לעשער, מיר ווילן אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, אז אין פאל וואס מ'קויפט א נייע אויווען, דאן די ערשטע מאל וואס מ'צינדט דאס אן זאל מען עפענען פענסטערס נעבן דעם אויווען פאר לכל הפחות א שעה, די נייע אויווענעס געבן ארויס א שווערע גרוך ביים ערשטן מאל נוצן, און עס איז שטארק אומבא'טעמ'ט אריינצואטעמען די לופט דערפון, דערפאר זעט צו טוען ווי געשריבן, נוצט עס צום ערשטן מאל מיט אפענע פענסטערס.
אין די לעצטערע טעג האבן עטליכע טויגליכע אינגעלייט זיך איינגעשריבן צו ווערן א חלק פון די סוקסעס פון מצילי אש, בס"ד גייט מען איבער די רשימה פון פרישע איינגעשריבענע, און מ'גרייט זיך שוין ערנסט אנצוהייבן די טרעינירונגען, וואס וועט לויפן בעזה”ש איין מאל אין צוויי וואכן פאר א משך פון בערך דריי שעה יעדע קלאס, די פלאן איז אז ס'זאל זיך אנהייבן אי"ה באלד נאך פסח הבעל"ט.
אזוי אויך וועט אונזער אפיס יעצט אויפנעמען און טרעינירן פרישע דיספעטשערס וואס וועלן שטיין גרייט 24/7 צו ענטפערן די רופן פון תושבי מאנסי - פלינק און פראפעשינעל.
יעצט אין די יום טוב סעזאן איז גאר וויכטיג צו האבן די נומבער אין אייער קאנטעקטס 845-426-9111
א כשר'ן און פרייליכן יו"ט, און א גרינגן ערב יום טוב!
וואונטשט מצילי אש ד’ראקלענד